Colligetאיבן־רושד (פולעראַראַבישער נאָמען:أبو الوليد محمد بن أحمد بن رشد,אַבו אַל־וואַליד מוכאַמאַד איבן אַכמאַד איבן רושד, אויך באַקאַנט מיטןלאטיינישן נאָמעןAverroes,אַוועראוּס; 1126 – 1198) איז געווען אַמוסולמענערדאָקטער אוןפילאָזאָף, וואָס האָט געהאַט אַ שטאַרקע ווירקונג אויף דער אייראָפּייאישער פילאָזאָפיע פון דעםמיטל־אַלטער.
געבאָרן איז ער איןקאָרדאָבע, די דעמאָלסדיקעהויפּטשטאָט פון דעםמורישן קעניגרייך איןשפּאַניע. אַ תקופה האָט ער געדינט אַלסוויזיר אין קאָרדאָבע, און שפּעטער אַלס הויפּט ריכטער איןמאַראָקע. צוליב זײַנע אמונות האָט מען עם פאַרפאָלגט און אַרײַנגעזעצט אין תפיסה, און ער איז באַפרײַט געוואָרן ערשט נאָכדעם וואָס ער האָט צוריקגעצויגן עטלעכע פון זײַנע שיטות. ער איז געווען באַפרײַנדעט מיטן פילאָזאָףאיבן־טופײַל, וועלכע האָט עם רעקאָמאַנדירט פאַרן קעניג אַלס זײַן פאַרטרעטער אין דער וויזירשאַפט.
ער האָט שטודירטיוריסטווע, געשריבןדיכטונגען, און איז געווען פאַררעכנט אַלס דער גרעסטער געלערנטער אין זײַנע צײַטן. זײַנע ווערק שליסן אײַן כתבים איןרפואה,נאַטור־וויסנשאַפטן,פילאָזאָפיע,יוריסטווע, אוןמאַטעמאַטיק, אָבער ער איז באַוואוסט דערהויפּט פאַר זײַנע פירושים און קריטיק אויף די ווערק פוןאַריסטאָ, צו וועלכע די געלערנטע אין יענע צײַטן פלעגן זיך באַציען מיט אַ חרדת־קודש.
איבן־רושד האָט געפּרואווט פאַרענטפערן אַריסטאָס פילאָזאָפיע אַז עס זאָל קיין סתירה ניט זײַן צוםאיסלאַם. לויט זײַן מיינונג, זײַנען רעליגיע און פילאָזאָפיע צוויי שליאַכן וועלכע פירן צו איין און דעם זעלבן אמת. ער איז געבליבן געטרײַ דער טראַדיציאָנעלער אַריסטאָטעלישער מסורה, און האָט שטאַרק אַטאַקירטאיבן־סינאַ'ן וואָס ער האָט אַרײַנגעמישט עלמענטן פון דעם איסלאַמישןקאַלאַם אין זײַן פילאָזאָפיע. ווי אַריסטאָ, האָט ער געגלייבט אַז דעראוניווערס איז אַ קדמון (דאָס הייסט, אַז ער האָט אייביק עקזיסטירט און איז קיינמאָל ניט באַשאַפן געוואָרן), און האָט אויך באַהויפּטעט אַז דער מענטשלעכער זעל באַשטייט פון צוויי טיילן - דער פּערזענלעכער זעל וועלכע שטאַרבט צוזאַמען מיטן גוף; און דער געטלעכער טייל, וועלכער איז אַ געמיינזאַמער נשמה פאַר דער גאַנצער מענטשהײַט (ווי די שיטה פוןאיבן־באַדזשאַ, להיפוך פון איבן־סינאַ).
דער וועלטס אייביקײַט איז פאַרבונדן מיט די נאַטור געזעצן וועלכע בייגן זיך קיינמאָל ניט. ווי עס שײַנט, האָט איבן־רושד געהאַלטן פוןדעטערמיניזם.