דער אזיע קאנטינענט איז דער גרעסטער פון אלע קאנטינענטן. אזיע באדעקט בערך 3/10 פון דער וועלט'ס יבשה, און האט מער איינוואוינער ווי אלע אנדערע קאנטינענטן מיט אומגעפער 3/5 פון דער וועלט'ס באפעלקערונג. אזיע באציט פון די פארפרוירענע ארקטישע ראיאנען אין צפון ביז די הייסע עקוואטארישע לענדער אין דרום, און אנטהאלט ריזיגע פוסטעמדבריות, ווי אויך די העכסטע בערג אין דער וועלט און פון די לענגסטע טייכן.
די היסטאריע פון אזיע איז אין אמת'ן די באזונדערע היסטאריעס פוןמזרח אזיע,דרום-מזרח אזיע,דרום אזיע און דעםמיטל מזרח. אין די בארטן פעריפעריעס האבן זיך אנטוויקלט די אוראלטע ציוויליזאציעס פון דער וועלט, יעדע איינע ארום א פרוכבארן טאל, צווישן זיימעסאפאטאמיע און דעראינדוס טאל. ס'איז מעגלעך אז זיי האבן געטוישט צווישן זיך וויסנשאפט און טעכנאלאגיעס, ווימאטעמאטיק און דעםראד.
דער איסלאמישערכאליפאט האט איבערגענומען דעם מיטל מזרח און צענטראל־אזיע ביי דעראיסלאמישער עקספאנסיע אינעם 7טן יארהונדערט. דימאנגאלישע אימפעריע האט איינגענומען א גרויסן טייל פון אזיע אין דעם 13טן יארהונדערט, א שטח פון כינע ביז אייראפע.
דערשווארצער טויט, פון די שווערסטעפאנדעמיעס אין דער מענטשלעכער היסטאריע, האט אנגעהויבן אייגענטלעך אין די פארטריקנטע פלוינען פון צענטראל־אזיע, פון וואנעט ער איז ווייטערגעגאנגן אדורך דערזיידן גאס.
אנגוס מאדיסאן שרייבט אז די טויזנט יאר פאר יאר 0 האט אינדיע געהאט די גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט. כינע האט געהאט די גרעסטע און מערסט פארגעשריטענע עקאנאמיע אין דער וועלט דורך א גרויסן טייל פון איר היסטאריע, ביז דיבריטישע אימפעריע (אחוץאינדיע) האט זי איבערגעיאגט אינמיטן דעם 19טן יארהונדערט. עטלעכע יארצענדלינגען אין דעם 20סטן יארהונדערט האט יאפאן געהאט די גרעסטע עקאנאמיע אין אזיע, און די צווייטע גרעסטע פון אלע לענדער אין דער וועלט, אריבערשטייגנדיג דייטשלאנד אין 1968 און דעםסאוועטן פארבאנד אין 1986. דאס האט געצויגן ביז 2010, ווען כינע האט איבערגעיאגט יאפאן צו ווערן דער וועלט'ס צווייטע גרעסטע עקאנאמיע.
דרום קארעע, טייוואן, האנג קאנג און סינגאפור האבן אלע די סטאטוס היינט פון אנטוויקלטע לענדער. דער שטערקסט אנטוויקלט האנדל־בלאק אין אזיע איז דערפארבאנד פון דרום-מזרח אזיאטישע פעלקער.
אזיע איז אבער דער גרעסטער קאנטינענט אין דער וועלט, און איז רייך אין נאטירלעכע רעסורסן, ווינאפט, וועלדער, פיש, וואסער, רייז, קופער און זילבער. טראדיציאנעל איז פאבריקאציע איז אזיע געווען דאס שטערקסטע אין מזרח און דרום־מזרח אזיע, ספעציעל אין כינע, טייוואן, דרום קארעע, יאפאן, אינדיע, די פילפינען און סינגאפור.
אין 2010 האט אזיע געהאט 3.3 מיליאנערן (ד"ה מענטשן וואס פארמאגן מער ווי US$1 מיליאן אחוץ די הייזער וואו זיי וואוינען), קעגן צפון אמעריקע מיט 3.4 מיליאן.
די מעשה וועגן דעםמבול ווערט דערציילט אין דערתורה. אויך אין אנדערע מקורות ווערט די מעשה געברענגט. אין דער מעסאפאטאמישער מיטאלאגיע ווערט דער מבול דערמאנט אינעםגילגאמעש עפאס. אויך אין אינדישער מיטאלאגיע און כינעזישער מיטאלאגיע ווערט דערמאנט דער מבול.
יידישקייט געפינט זיך מערסטנס איןישראל, דאס היסטארישע היימלאנד פונעם יידישן פאלק. בערך העלפט פון די יידן היינט אין ישראל שטאמען פון לענדער אין אזיע און אפריקע (ספרדים) קעגן העלפט וואס קומעןאייראפע אוןצפון אמעריקע (מערסטנס אשכנזים).