Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

אויסטראליע

פֿון װיקיפּעדיע
קאמאנוועלט פון אויסטראליע
פאן אויסטראליע
פאן אויסטראליע
סימבאָל אויסטראליע
פֿאָןהערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון אויסטראליע
אָרט פֿון אויסטראליע
קאָנטינענטאויסטראליע
אָפֿיציעלעשפּראַך
הויפּטשטאָטקאנבערא35°18′S149°08′E /35.300°S 149.133°E /-35.300; 149.133
רעגירונגפעדעראלע דעמאקראטיע
מאנארך
פּרעמיער מיניסטער
עליזאבעט די צווייטע
סקאט מאריסאן
גרינדונג דאַטום
1טן יאנואר 1901
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענטוואַסער
7,617,930 קוואַדראַט ק"מ
6טער
באַפֿעלקערונג
-צאָל
-וועלט גראַדונג
-ענגקײט



מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע(18ט)
וואַלוטע
צײַט זאָנע
אינטערנעט דאָמעןau.
טעלעפֿאָן קאָד61+

אויסטראַליע איז אַ לאַנד אין דעםדרום האלבקוגל וואָס נעמט ארײַן די יבשה (פֿונעם קלענסטןקאָנטינענט), דעם אינדזלטאַזמאַניע, און נאָך אַ סך אינדזלען אין דיאינדישע אוןפּאציפֿישע אָקעאַנען. איר הױפּטשטאָט איזקאַנבערע.די ארומיגע לענדער זענעןאינדאנעזיע,מזרח טימאר אוןפאפוא ניי גינע צו צפון, דיסאלאמאן אינזלען אוןוואנואטו צו צפון־מזרח אוןניו זילאנד צו דרום־מזרח.

דער אײראָפעיִשער ייִשובֿ אין אויסטראַליע האָט זיך אָנגעהויבן ערשט אין דעם18טן יאָרהונדערט.

זייט1טן יאנואר1901, איז אויסטראליע א פעדעראציע מיט זעקס שטאטן און צוויי טעריטאריעס. איר באפעלקערונג איז 22 מיליאן. מיט א שטח פון 7.6 מיליאן קוואדראט ק"מ, איז אויסטראליע דאס זעקסטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט.

די היינטיגעבאפעלקערונג אין אויסטראליע שליסט איין מערסטנס ווייסע מענטשן פון אבריטישער אפשטאמונג. די אריגינעלע איינוואוינער פון אויסטראליע און זייערע אפשטאמלינגען זענען טונקל, גערופן אבאריגינערן, וואס זענען היינט 2% פון דער באפעלקערונג. אויך האט אויסטראליע א מינדערהייט פון מער ווי 100,000 יידן וואס וואוינערן מערסטנס איןמעלבארן אוןסידני.

אויסטראליע איז א מיטגליד אין דיפאראייניגטע פעלקער,גרופע פון 20,קאמאנוועלט,ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג,אנזוס,וועלט האנדל ארגאניזאציע,אזיע-פאציפיק עקאנאמישע קאאפעראציע און דעםפאציפישן אינזלען פארום.

עטימאלאגיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער נאמען אויסטראליע קומט פוןלאטייןAustralis, אויסטראליס וואס איז טייטש דרום.

היסטאריע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ערשטע איינוואוינער פון אויסטראליע זענען געווען דיאבאריגענער. דער ערשטער ענגלענדער וואס איז אנגעקומען אין אויסטראליע איז געווען וויליאם דאמפיער אין 1688. אין יאר 1770 איז אנגעקומען אין אויסטראליע דער אויספארשערדזשיימס קוק, וואס האט געמאנט צוויי דריטל פונעם לאנד. אזוי ווי ער האט באריכטעט אז קיינער וואוינט נישט אין אויסטראליע, האט מען אוועקגעשטעלט דאס לאנד פאר ארעסטאנטן.

דעם 8טן פעברואר 1788 איזנייער דרום וויילס געווארן א בריטישערקאלאניע. פון דער ערשטער זידלונג איז געווארן די שטאטסידני. די קאלאניעדרום אויסטראליע איז געגרינדעט געווארן אין 1836 ווי א "פרייע קאלאניע, ד"ה נישט פאר ארעסטאנטן.

אין די 1850ער יארן האט אנגעהויבן אין אויסטראליע אגאלד געיעג.

דעם 1טן יאנואר 1900 האט מען פאראייניגט די קאלאניעס פון אויסטראליע אין א פעדעראציע, די "קאמאנוועלט פון אויסטראליע", וואס איז געווארן א "דאמיניאן" פון דערבריטישער אימפעריע.

אויסטראליע האט באטייליגט אין ביידע וועלט מלחמות אונטערן בריטישן קרוין.

אין 1999 האט מען געהאלטן ארעפערענדום וואו 55% פון אלע וויילער האבן אפגעווארפן א פארשלאג לויט וואס אויסטראליע זאל ווערן א רעפובליק.

הויפטשטאט

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די צווי גרעסטע שטעט,סידני אוןמעלבארן, האבן ביידע געהאלטן אז זיי דארפן ווערן אויסגערופן ווי די הויפטשטאט פון אויסטראליע. נאך אן אויסגעצויגענעם געראנגעל האט די אלגעמיינע זאמלונג פון אויסטראליע באשלאסן דעם 2טן פעברואר 1899 א פשרה צו בויען א נייע שטאטקאנבערא ווי די הויפטשטאט.

אין 1911 האט מען צעטיילט די אויסטראלישע הויפטשטאט טעריטאריע פון ניי דרום וויילס, און מען האט אויסגערופן די שטאט קאנבערא געבויט אין דער טעריטאריע ווי די הויפטשטאט פון אויסטראליע.

פאליטיק

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויסטראליע איז א קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע מיט א פעדעראלער סיסטעם.

אויסטראליע איז צוזאמענגעשטעלט פון זעקס שטאטן און צוויי טעריטאריעס. די זעקס שטאטן זענען:

די צוויי טעריטאריעס זענען:

יעדער שטאַט און טעריטאריע האט זיין אייגענעםפארלאמענט וואס מאכט געזעצן. יעדער שטאַט ווערט געפירט דורך א פרעמיער און יעדע טעריטאריע דורך א הויפט מיניסטער. דער אויסטראלישער פארלאמענט זיצט אין קאנבערע, און מאכט געזעצן פארן גאנצן קאמאנוועלט פון אויסטראליע.

דער הויפט פון דער פעדעראלער רעגירונג איז דער פרעמיער מיניסטער פון אויסטראליע. דער היינטיגער פרעמיער מיניסטער איזסקאט מאריסאן פון דער אויסטראלישער ליבעראלער פארטיי, וואס האט איבערגענומען די פירערשאפט פון זיין פארטיי אין 2018 פוןמאלקאלם טערנבול , וואס האט אנגעהויבן זיין קאדענץ דעם 15טן סעפטעמבער 2015.

אויסטראליע האט א ראש מלוכה, די מלכה פון אויסטראליע (וואס איז אויך די מלכה פונעםפאראייניגטן קעניגרייך). זי ווערט רעפרעזענטירט אין דער קאמאנוועלט פון אויסטראליע דורכן גובערנאטאר־גענעראל, היינטקווענטין ברייס, און אין די שטאטן דורך א גובערנאטאר.

אין 1901 האט מען אויפגענומען א פאן פאר דער פעדעראציע פון אויסטראליע באזונדער פון די פענער פון די זעקס שטאטן. דער פעדעראלער פאן סימבאליזירט דעם דרום שטערן און די מאפע פון די שטערן וואס מען קען זען אינעםדרום האלבקיילעך, מיטן ציל פאן אויסדרוקן אז אויסטראליע איז דער איינציקער קאנטינענט וואס געפינט זיך אינגאנצן דרום פונעםעקוואטאר. אויך זעט מען אויפן פאן דעםיוניאן פאן וואס ווייזט דאס שייכות פון אויסטראליע צום בריטישן קרוין.

אין 1999 האט מען געהאלטן א רעפערענדום צי אויסטראליע זאל ווערן ארעפובליק; מען האט באשלאסן אז אויסטראליע בלייבט א מאנארכיע מיטן בריטישן מאנארך אלס ראש מלוכה.

עקאנאמיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
אויסטראליע איז דער וועלט'ס פערט־גרעסטער עקספארטירער פון וויין. דערבאראסע טאל איז א הויפטוויין געגנט איןדרום אויסטראליע.
זעט דעם הויפּט אַרטיקל –עקאנאמיע פון אויסטראליע

אויסטראליע איז א רייך לאנד וואס גענערירט איר איינקומפט פון פארשידענע מקורות איינשליסנדיג מינעריי עקספארט, טעלעקאמוניקאציע, באנקירן און פאבריקאציע. זי האט א פריימארק עקאנאמיע מיט ווייניג ארעמקייט.

די וואלוטע פון אויסטראליע און נארפאלק אינדזל איז דעראויסטראלישער דאלאר, וואס דינט אויך ווי די וואלוטע פון די אומאפהענגיקעפאציפישע אינדזל-לענדערקיריבאטי,נאורו אוןטואוואלו. די אויסטראלישעבערזע איז די 9טע גרעסטע אין דער וועלט. אויסטראליע האט די 12טע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט.

אין 2010 איז די אויסטראלישע רעגירונג געווען שולדיג א חוב פון $190 ביליאן, 20% פונעםברוטא אינלענדישן פראדוקט.

די לעצטע 15 יאר האט אויסטראליע געוואקסן מיט א דורכשניט יערלעכער ראטע פון 3.6%, קעגן דערארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג דורכשניט יערלעכער ראטע פון 2.5%.

אין מיי 2012 האבן 11,537.900 מענטשן געהאט ארבעט, מיט אן ארבעטסלאז ראטע פון 5.1%.

אויסטראליע איז דער וועלט'ס פערט־גרעסטער עקספארטירער פון וויין; די וויין אינדוסטריע ברענגט אריין $5.5 ביליאן צום לאנד'ס עקאנאמיע.

געאגראפיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויסטראליע באדעקט א שטח פון 7,617,930 קוואדראט קילאמעטער. זי איז ארומגענומען מיט די אינדישן און פאציצפישן אקעאנען, און איז צעשייד פון אזיע אריבער דיאראפורא אוןטימאר ימען; דערקאראל-ים ליגט ביים בארטן פון קווינסלאנד און דערטאסמאן-ים ליגט צווישן אויסטראליע און ניי זילאנד. אויסטראליע איז דאסזעקסט גרעסטע לאנד אין דער וועלט לויט שטח, און האט 34,218 קילאמעטער פון בארטן. אויסטראליע ליגט צווישן דיגארטל ליניעס 9º און 44º דרום און צווישן דימערידיאנען 112º און 154º מזרח.

לענגאויס דעם מזרח בארטן פון אויסטראליע—לענגער ווי 2,000 ק"מ—געפינט זיך דערגרויסער באריער ריף, וואס איז דער גרעסטער המשך פוןקאראל ריפן אין דער וועלט, און דער גרעסטער סטרוקטור אין דער וועלט צאמגעשטעלט פון לעבעדיקעארגאניזמען. דער העכסטער בארג אויף דער יבשה פון אויסטראליע איזקאשיושקא בארג, הויך 2,228 מעטער.

אזוי ווי אויסטראליע איז זייער גרויס האט זי פארשידענע לאנדשאפטן, מיט טראפישערעגנוועלדער אין דעם צפון־מזרח.בארג קייטן אין דרום־מזרח, דרום־מערב און מזרח, און א טרוקענער מדבר אין דעם צענטער פון לאנד. דער קאנטינענט איז גאר טרוקן, און דער דורכשניט יערלעכער רעגן איז ווינציגער פון 500 מ"מ. דיבאפעלקערונג ענגקייט איז פון די נידריגסטע אין דער וועלט, מיט 2.8 באוואוינער א קוואדראט ק"מ.

דער קלימאט פון אויסטראליע איז שטארק באאיינפלוסט פון אקעאן־שטראמען.

דער מערסט פארשפרייט בוים אין די אויסטראלישע וועלדער איז דעראייקאליפט. די באקאנטע אויסטראלישע בעלי חיים זענען דיפלאטיפוס,קענגורו,קאאלא אוןוואמבאט. גאר א סך סגאלן פון אויסטראלישע לעבן מער נישט, זייט די אייראפעער זענען אנגעקומען.

דעמאגראפיע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווערנט צוויי יארהונדערטער זענען די מערהייט פון באזעצער געקומען פון דיבריטישע אינזלען, און היינט זענען די אויסטראליער בעיקר פון בריטישע און אירישע אפשטאמונג. עס ווערט געשאצט אז 12% פון אויסטראליער שטאמען פון אזיע.

זייט דעם סוף פון דערצווייטער וועלט-מלחמה האט די באפעלקערונג פון אויסטראליע פארמערט פיר מאל. דאך איז דיבאפעלקערונג ענגקייט פון די ווייניגסטע אין דער וועלט, און די הייזער זענען דורכשניטלעך צוויי מאל אזוי גרויס ווי אין מערב אייראפע.

די אימיגראציע קיין אויסטראליע איז גאנץ הויך—צוויי אויסטראליער פון יעדן זיבן זענען געבוירן געווארן אין א פרעמד לאנד.

אויסטראליע האט נישט קיין אפיציעלע שפראך, אבער פראקטיש איזענגליש די נאציאנאלע שפראך. אויסטראלישע ענגליש איז א ביסל אנדערש ווי אנדערע דיאלעקטן פון ענגליש, סיי אין גראמאטיק סיי אין אויסלייג. לויטן צענזוס פון 2011, אין בערך 80% פון שטיבער איז ענגליש די איינציקסטע שפראך וואס מ'רעדט.

יידישקייט אין אויסטראליע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יידן זענען געקומען קיין אויסטראליע שוין אינעם 18טן יארהונדערט, ווען מען האט אויפגעשטעלט די ארעסטאנטן זידלונג אין1788. אין1844 האט מען געגרינדעט די ערשטע שול, אין סידני, אבער די קהילה איז געבליבן קליין ביז די כוואליעס פון אייראפעאישע יידישע אימיגראנטן צווישן די צוויי וועלט מלחמות און נאך 1945.

די יידן אין אויסטראליע זענען קאנצענטרירט מערסטנס אין די שטעטסידני אוןמעלבארן, וואס יעדע האט אומגעפער 45,000 יידן. דערצו וואוינען עטלעכע 7,000 יידן איןפערט און נאך 1,000 איןבריסביין, ניוקאסל אוןאדעלייד. די מעלבארנער קהילה איז צאמגעשטעלט מערסטנס פון פוילישעחורבן איבערלעבער, און די סידני קהילה נעמט איין יידן פון ענגלאנד, אונגארן און לעצטנס פוןדרום אפריקע. די פערט קהילה האט געוואקסן א סך זייט דער ענדע פוןאפארטהייד אין דרום אפריקע ווען א סך יידן האבן אימיגרירט אין מערב אויסטראליע. גאנץ א הויכער פראצענט פון יידישע קינדער באקומען א יידישן חינוך, אומגעפער 60%.

יידן זענען 0.5% פון דער באפעלקערונג פון אויסטראליע.

גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=אויסטראליע&oldid=597157"
קאַטעגאָריעס:
באהאלטענע קאטעגאריע:

[8]ページ先頭

©2009-2025 Movatter.jp