Movatterモバイル変換


[0]ホーム

URL:


לדלג לתוכן
װיקיפּעדיעדי פֿרײַע ענציקלאָפּעדיע
זוכן

אדעס

פֿון װיקיפּעדיע
אדעס
Одеса
omr.gov.ua

אַדעס איז די פערטע גרעסטע שטאט איןאוקראינע. האבנדיק א באפעלקערונג פון 1,000,000 מענטשן. די שטאט איז נעבןשווארצער ים, און די שטאט צוזאמען מיט די פארשטאטן האבן דריי פארטן צום ים. איןקאמוניסטישע צייטן, איז עס געווען די גרעסטע פארט, וויבאלד די פרירט נישט אין ווינטער.

טערקיי אבער האט די עפענונג צום שווארצן ים, זי קאנטראלירט דידארדאנעלן, אזוי ארום האטנאט"א קאנטראלירט אלעס וואס גייט אריין, און ארויס פונעםסאוועטן פארבאנד.

אדעס איז פארעכנט אלס אליבעראלע און פרייע שטאט, מיט אפראנצויזישער אוןאיטאליענישער סטילארכיטעקטור.

היסטאריע

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 14נטן יארהונדערט האבן זיך דארט געדרייטטאטערן, און דערנאך האט טערקיי געהערשט דארט.אבער אין 1794, איז זי אפיציעל געגרינדעט געווארן דורךרוסלאנד, די שטאט האט געהאט הצלחה, און אירע איינוווינער זענען באשטאנען פון מערערע פעלקער, וויגריכן,יידן, רוסן און אוקראינער,רומענישער, און נאך אנדערע פעלקער.

די יידישע קהילה איז זייער גרויס געווען אין אדעס, אז אין 1897 איז די יידישע באפעלקערונג אפגעשאצט געווארן, צו אריבער 160,000 איינוווינער, מאכנדיק אדעס פאר דער גרעסטער יידישער שטאט אין דעררוסלענדישער אימפעריע.פאגראמען זענען פארגעקומען אין יאר 1821, 1859, 1871, 1882, און אין 1905, אסאך פון די יידן האבן דערפאר עמיגרירט קייןארץ ישראל, און צו דיפאראייניגטע שטאטן.

אין דעם 19טן יארהונדערט, איז די השכלה באוועגונג זייער שטארק געווען אין אדעס, אציוניסטישע פיליאלע איז געווען אין דער שטאט. בייםחורבן אייראפע, זענען בערך 100,000 יידן אומגעקומען איןאדעס דורכןנאצי מארד מאשין. נאך דערצווייטער וועלט מלחמה, האט זיך די שטאט צוריק געשטעלט אויף די פיס, און א יידישע קהילה איז צוריק אויפגעשטעלט געווארן.

רוב יידן האבן פארלאזט די שטאט צווישן די 1970ער יארן, און 1990ער יארן קודם דורך אינערליכע עמיגרירונג, און דערנאך קייןישראל. היינט וווינען דארט עטליכע טויזנט יידן וואס האבןבתי מדרשים,שולעס און אנדערע אינסטיטוציעס.חב"ד איז אויך אקטיוו דארט.

טראנספארט

[רעדאַקטירן |רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
אדעס איז שוין לאנג א וויכטיקערשווארצער ים פארט.

שיפן מיטן פאסאזשירן פארן ארויס פון אדעס קייןסטאמבול,חיפה אוןווארנע, ווי אויך ארויף דעםדניעפער אין די שטעטכערסאן,דניפראפעטראווסק אוןקיעוו.

גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=אדעס&oldid=596365"
קאַטעגאָריעס:
באהאלטענע קאטעגאריעס:

[8]ページ先頭

©2009-2025 Movatter.jp